פרייטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג קרח
ארום 6:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום "מעמד התעוררות" ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון, ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי התעוררות בבכיות נוראות.
דערנאך ארום 7:05 האט מען אנגעהויבן אינאיינעם אויסזאגן גאנץ ספר תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים.
דער רבי האט צוגעשיקט צום עמוד בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א
קאפיטל ק"ל האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בנוסח ימים נוראים מיט א התעוררות און השתפכות הנפש.
מען האט געענדיגט ארום 9:05 און דער רבי האט געליינט קוויטלעך צווישן זיי די טויזענטער קוויטלעך פון די לומדי חבורת יסודי התורה - תורתך שעשועי בשעת דער פארזאמלטער ציבור האט געזינגען ניגוני התעוררות.
ארום 9:35 האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין חדרו הפרטי העכערן מערה.
דערנאך איז דער רבי אראפגעקומען צום דאווענען אינעם מערה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד ביי הלל כנהוג.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
און די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין צפת ווי עס וועט פארקומען די גרויסע שבת המרומם במחיצת הקודש פאר די טויזענטער אנ"ש אין ארה"ק.
~🌴~