דאנערשטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג קרח
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.
ארום 9:20 איז דער רבי אנגעקומען לחדרו הפרטי העכערן מערה ווי דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין דערנאך איז דער רבי אראפגעקומען צום דאווענען אינעם מערה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד ביי הלל כנהוג.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי און דערנאך האט דער רבי געבענטשט גומל מיט גרויס התרגשות.
נאכן דאווענען ארום 11:50 איז דער רבי צוגעפארן צום ארט וואו עס איז געשטאנען דעם גיגאנטישן שאטער וועלכע האט געדינט אלס חדר התפילות ביים היסטארישן שבת אין מירון פארגאנגענעם שבת פקודי תשע"ו, ווי מען האט געזינגען ניגוני הודאה אויף די גרויסע ניסים וואס האבן דעמאלטס פאסירט ווען די שאטער האט א טרייסל געגעבן און בחסדי ה' האט גארנישט פאסירט.
במשך די נאכמיטאג שעות איז געווען זמני כניסה וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 6 שעה.
צווישן אנדערע זענען אריין אל הקודש פנימה הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר שליט"א ומלפנים אב"ד דקהלתינו לאנדאן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן אסון נורא ל"ג בעומר און איבער די מעגליכע שינוים וואס וועלן געמאכט ווערן.
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
אזוי אויך איז אריין אל הקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
ווי אויך זענען במשך מיטוואך און דאנערשטאג אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה צענדליגע מנהלים עטה"ק וואס האבן זיך באדאנקט אויף די געוואלדיגע תמוכה פון שקל הקודש מדי חודש בחדשו אויף א שטילן פארנעם.
ארום 5:30 איז אנגעקומען במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון א משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם ראש המצילים העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא - יו"ר, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות הצלות פונעם מרכז איבער די תכסיסי מלחמה ווי אזוי צו ראטווען די הונדערטער בחורים בפרט נאך די לעצטערע שוועריקייטן.
ווי אויך האט מען ארומגערעדט איבערן די מרכז עזרה ויעוץ נפשי + ועוד נפשות קאמפיין וועלכע איז יעצט אין פולן שוואונג פאר חסידי סאטמאר בארה"ב.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ווארימע ברכות הקודש פאר די געטרייע מצילים.
ארום 6:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזיך ביי הגה"צ האדמו"ר ר' רפאל אביחצירא שליט"א בבית מדרשו במירון, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די בחורי הישיבות צו קענען פראווען די מעמדים פאר די בחורים, דערנאך האט ער מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז ווייטער פארגעקומען די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15 און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 9:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
דערנאך האט זיך דער רבי כדרכו בקודש איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.
~🌴~