זונטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בא=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יוסף וואסערמאן הי"ו - מאנסי.
בעל תפילה: הר"ר דוד חנני ווייס שליט"א - ק"י.
נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און הב' שלמה מנשה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו - ק"י האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו - וומ"ס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האבן א קבוצה תלמידי ישיבת עסק התורה מאנסי איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פארגאנגענעם פרייטאג ויחי נאך תפילת שחרית,
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד חיזוק פאר די תלמידים פון די חבורת טהרינו שע''י מוסדות החינוך לאס אנדזשעלעס פאר די צענדליגע תלמידי הת''ת וישיבה קטנה פון שטאט וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה אז עס זענען שוין דא קינדער אין לאס אנדזשעלעס מיט פיאות און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים און קינדער נזהר צו זיין בקדושת התפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים און קינדער.
א גוטע נאכט.
~🌴~