שבת קודש פרשת וארא -שבת מבה"ח שבט- במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וארא -שבת מבה"ח שבט- במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א - וומ"ס, בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור במלאכת שבת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ק"י.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ב' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודל פערלשטיין הי"ו - ב"פ.
נאך די פירות האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו אויפגעגעבן בונדלעך לרגל הולדת נכדו למז"ט.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 11:05.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' יוסף וואסערמאן הי"ו - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אשר אנטשיל זעלטנרייך שליט"א בן האדמו"ר מטשאקאווא קערעסטיר שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו - מאנסי.
לוי: ר' בנציון אפסטפעלד הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: הרבני הנגיד ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו.
חמישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו - וומ"ס.
הוספות: הנגיד ר' ישראל משה הערצאג הי"ו. הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
אחרון: הב' בנימין זידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
מפטיר: הב' הבר מצוה יושע ב"ר יוסף וואסערמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ד גליק הי"ו - ק"י.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו - לאנדאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וגם אני שמעתי את נאקת בנ''י וכו' ואזכור את בריתי, דער ארי' הק' האט מגלה געוועהן אז שובבי"ם איז מסוגל צו תשובה טון אויף עניני קדושה, אין זוהר הק' שטייט אז ס'דארף זיין א שטארקע תשובה און הרה''ק מבעלזא זי"ע זאגט אז דאס מיינט תשובה מיט תפילה צוזאמען, 'נביכים הם בארץ סגר אליהם המדבר' אז מליגט אין ארציות קען מען נישט ריכטיג מתפלל זיין אבער אז מ'דאווענט אויפן קול קען מען זוכה זיין צו תשובה,
און דער רבי האט ארומגערעדט שטארקע דברי התעורורות זאגענדיג אז מאיז שוין אדורך א דריטל פון די ימי השובבי"ם און מדארף מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן אין די וואכן, און די עצה צו קענען ריכטיג תשובה טוהן איז דורך תפילה בקול.
ידיד נפש: הר"ר אשר אנטשיל זעלטענרייך שליט"א.
קל מסתתר: הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א - וומ"ס, בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א בבית האכסניא,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
~🌴~