דאנערשטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שמות=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו - סקווירא.
ראשון: רבינו שליט"א.
שני: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
שלישי: הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א - דומ"ץ שיכון סקווירא.
הגבה: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו - ק"י.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ק"י.
נאך מעריב איז פארגעקומען די חאלאקע פאר הילד ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן פארן אבי הבן, און פארן זיידן הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק בק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~