מיטוואך שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שמות=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הרה"ק בעל בני יששכר זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבערן הייליגן בני יששכר זי"ע, און איבער די גלילות פונעם שטאט סיגוט און די רבנות פון הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע אין שטאט סיגוט.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~