מוצ"ש ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש ויחי=
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום אודיטאריום בבנין הבית רחל צום מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך מתמידים רץ למשנה, ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער קינדער מסיימי ששה סדרי משנה און זייערע עלטערן און זיידעס,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' לייביש ליש הי"ו, דערנאך איז פארגעקומען די סיום ששה סדרי משנה ווי יעדע אינגל האט געלערענט א משנה פארענדיגנדיג גאנץ ששה סדרי משנה אויף איינמאל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די קינדער וואס גיבן אוועק פון זייער צייט צו לערנען משניות, און די שטאלץ וואס עס איז פאר קרית יואל אז אזויפיל קינדער ענדיגן משניות, און געזאגט אז ער האט אויך די זכי' צו זיין א זיידע פון עטליכע אייניקלעך מסיימים, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן און זיידעס.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת התנאים פון נכדת רבינו הכלה בת חדבן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א עב"ג החתן ישעי' שליט"א בן הרה"צ ר' מנחם מענדל רובין שליט"א בן האדמו"ר מטאמשוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א,
מען האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, עס האט אויפגעטרעטן די זיידעס הגה"צ מאנסי רב שליט"א, און האדמו"ר מטאמשוב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי מסדר געווען די תנאים, די עדות זענען געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הר"ר יחיאל יקותיאל יודא רובין שליט"א, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מיט קריאת התנאים כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק המגיד מראשית אחרית וכו' ארומרעדענדיג איבער די מחלוקת הצדיקים צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין רוחניות אדער קודם גשמיות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער אפגעבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און פאר די חשובע זיידעס און מחותנים,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די חתן הרב ישעי' שליט"א,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה, מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון האברך הנגיד ר' אלטר ברוך בר"מ לעווי הי"ו בגלילות ק"י ווי א חבורה אברכים האבן בשותפות אפגעקויפט א כתה במוסדותינו הק' אין קרית יואל,
דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, און דערנאך אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' אלטר ברוך הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
~🌴~