שבת קודש פרשת ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויחי=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יוסף מענדל בהר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א, און החתן יצחק בהר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן מעמבערשיפ קאמפיין פון קהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א.
קבלת שבת: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א - מספינקא ק"י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בהגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יושע עסטרייכער שליט"א - לאנדאן.
פאר די תקופת טבת האט מען אראפ גענומען אלע מאכלים פון די טישן, און רבינו שליט"א האט ארויפגעלייגט א מעסער אויף די חלה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און א לענגערע צייט מרחיב געווען אינעם גודל הקליפה פון דעם טאג ניטל, דער טעם פארוואס מען לערנט נישט, די שקר וואס ליגט אינעם דת הנוצרי, די השתלשלות פון די צוויי ניטל'ס, און וויפיל צרות און גזירות אידן במשך הדורות האבן געהאט אויסצושטיין דורך די קליפה.
"דורך דעם וואס אונז היט מיר שבת, ווייזן מיר אז אונז גלייב מיר נישט אינעם אותו האיש, נאר אונז זעמיר מאמינים אין השי"ת"
קה אכסוף: הרה"ח ר' בנימין ארי' גליק הי"ו - מאנסי.
ברכת המזון: הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א - חדב"ן, ורב ביהמ"ד קול אליהו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ארי' דבי עילאי זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"ז טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה הערש ראזענפעלד הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ציממערמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
כהן: החתן יוסף מענדל בן הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו.
שלישי: החתן משה דוד בהר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א באווארפען.
רביעי: החתן יצחק בהר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר מרדכי ישעי' קויפמאן שליט"א.
ר' דוד יודא ברח"י האלפערט הי"ו.
ר' חיים הערש קויפמאן הי"ו - וומ"ס.
ר' לוי יצחק שעהנברוין הי"ו.
ר' אברהם חיים אונגאר הי"ו.
שביעי: החתן שלמה ב"ר בעריש גראס הי"ו.
הוספות: החתן חיים הערש ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
החתן נחמן ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הר"ר הערשל טעללער שליט"א - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט"א - ראה"כ בראד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו.
לוי: הר"ר שמואל אפרים גאלד שליט"א.
שלישי: הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן, ורב ביהמ"ד ישמח משה.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים, דורך הליכה למקוה אינאיינעם מיט לימוד התורה ווערט מען מקושר מיט יעקב אבינו, און מען האט די כוחות זיך צו שלאגן מיט די חיצונים, און עס נוצט תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' בעריש גראס הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שלמה ב"ר בעריש גראס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, און דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך.
נאך הבדלה איז דער רבי ארויף אין חדר יצחק מארקאוויטש בביהמ''ד הגדול ווי עס זענען געזיצן די חבורות הלכות שבת לערב שבת ומוצאי שבת און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
מען האט געענדיגט ארום 7:50.
~🌴~