מיטוואך קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך קרח
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.
פארן דאווענען ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער צום ביהמ"ד פון הרה"צ רבי רפאל אבוחצירא שליט"א וואס איז ארויסגעדונגען געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' פאר בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק וועלכע וויילן במחיצת הקודש באתרא קדישא מירון, ווי די הונדערטער בחורים זענען געווען פארזאמעלט, דער רבי איז אריבער צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידי הישיבות אין די סוגיות פון זייערע לימודים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די לומדי תורה.
ארום 9:00 איז דער רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון אין א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבי'ן.
ארום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, נאך שחרית אין די מערה האט דער רבי אפגעשוירן עטליכע חאלאקע קינדער פון פארשידענע קרייזן וועלכע זענען געקומען מאכן פיאות באתרא קדישא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורי אנ"ש, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק לענגערע דברי תורה.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו" און געטייטשט בדבריו פון רבי שמעון און דערנאך געטייטשט "אנא עבדא דקדושא ברוך היא" משולב בדברי מוסר הדרכה וחיזוק און געוואונטשן ווארימע ברכות הקודש.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא'
פארמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך אינעם בית האכסניא, הגה"צ גאב"ד קוממיות-ירושלים שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א ספרא דדיינא פונעם ביד"צ העדה החרדית, אינאיינעם מיט די חברי הנהלה פון "קרן השביעית" וועלכע האבן מיטגעברענגט אייניגע פארמערס שומרי שביעית.
דער רבי האט זיי ענטפאנגן בכבוד גדול, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און מיט א ריתחא דאורייתא זענען אויסגעשמועסט און מבואר געווארן אלע שיטות הפוסקים בהלכות שמיטה.
דערנאך האט דער רבי געקויפט א שותפות אין א פעלד מיט איינע פון די פארמערס פון כפר שמאי, לקראת שנת השמיטה תשפ"ב הבעל"ט צו האבן א חלק אין די מצוה פון שמיטה.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן ווארימע ברכות הקודש און ארויסבאגלייט ביזן גאס און געשיקט בנו הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט זאל אראפפארן צום פעלד בשליחתו.
נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי ארה"ק וועלכע האט זיך פארצויגן פאר איבער 4 שעה.
צווישן אנדערן זענען דורכאויס די זמני כניסה אריין אל הקודש פנימה די מחנכים פון ארגון משכינו בארה"ק, צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבערן ארגון משכינו.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא.
ארום 9:45 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט שטארקע דברי הדרכה דורך א הוקאפ פאר די מחנכות ומנהלת בקרב בית רחל במוסדותינו הק' בארה"ק.
ארום 10:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב במעון קדשו בבית האכסניא.
צווישן אנדערן זענען דורכאויס די זמני כניסה אריין אל הקודש פנימה די מחנכים פון ארגון משכינו בארה"ק, צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבערן ארגון משכינו און די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא.
ארום 9:45 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט שטארקע דברי הדרכה דורך א הוקאפ פאר די מחנכות ומנהלת בקרב בית רחל במוסדותינו הק' בארה"ק.
ארום 10:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב במעון קדשו בבית האכסניא.
שפעטער אויפדערנאכט איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש ואסיפת חינוך בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים, מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ניגוני תורה וניגוני ראש חודש.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' און עס אויסגעטייטשט בדברי דרוש ופלפול. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה לדעת את המעשה אשר יעשון, בפרט די אחריות וואס א מלמד טראגט אויפן קינד.
צווישן אנדערע האט דער רבי אויך שטארק ארומגערעדט איבער פאלגן די הנהלה, און משמיע געווען שטארקע דברי חיזוק פאר די מלמדים, דער רבי האט זיך אויסגעדריקט "די שכר פון די מלמדים איז גדול ואין חקר", און געוואונטשן שטארקע ברכות קודש
.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויף יהא רעוא קדמך דתפתח ליבאי באורייתא.
ביינאכט איז הגאון ר' אברהם ישעי פערקאוויטש מראשי ישיבות מיר אריין אל הקודש פנימה אינעם בית האכסניא אינאיינעם מיט די חסידישע חבורה אין ישיבה, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה.
ווי אויך האבן פילע מחנכים ואישי החינוך זוכה געווען צו הערן דברי הדרכה פון רבינו שליט"א, א טייל זענען אריין פערזענליך אל הקודש פנימה, און א טייל טעלעפאניש.
~🌴~