דינסטאג קרח אתרא קדישא מירון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג קרח אתרא קדישא מירון
דער רבי איז אנגעקומען קיין ארצינו הק' ארום 10:20 אינדערפרי, אינעם לופטפעלד אין תל-אביב.
ארום 11:05 איז דער רבי ארויסגעקומען פון לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך א גרויסע ציבור מאנ"ש בראשות רבני ודייני קהילתינו הק' בארה"ק, און די ציבור איז אריבערגעגאנגען נעמען שלום.
ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען קיין סביון ווי דער רבי איז צוגעפארן צום שטאטישן מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית אינעם ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור
בן הר"ר יוסף לייב יוזשעף.
ארום 1:10 האט דער רבי געענדיגט דאווענען און דער נאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 1:30 ווי עס האבן אפגעווארט תלמידי מוסדותינו הקדושים בארה"ק מלובש בבגדי שבת און האבן מקבל געווען פני קדשו.
דער רבי איז אדורך צווישן צווישן די קינדער, וועלכע האבן געזינגען ניגונים לכבוד המאורע. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק. (זעהט די פולע דב"ק בייגעלייגט)
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים' און ארויסגעברענגט זיין התרגשות אז די ערשטע מיט וועמען ער טרעפט זיך זענען די תינוקות של בית רבן פון די מוסדות וואס רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל האט אויפגעשטעלט און רביה"ק זי"ע בעל ברך משה האט ווייטער געפירט.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ווארימע ברכות הקודש.
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לבית האכסניא אין סביון.
אינעם בית האכסניא זענען די עסקנים פונעם ארגעניזאציע "ושננתם" בארה"ק אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה, און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון זייערע אקטיוויטעטן פארן רבי'ן און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
ארום 2:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון.
דער רבי איז אנגעקומען קיין מירון ארום 4:50 און איז צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש בבית האכסניא אין שטוב פון הגאון ר' מנחם מענדל פומרנץ, יו"ר מכון עוז והדר.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען צום מערה פונעם תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו תפילת מנחה.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און געדאווענט בהרגש קודש ובבכיות נוראות.
נאך מנחה איז דער רבי אריין אין איינע פון די חדרי התפילה ווי דער רבי האט זיך געזעצט לערנען פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האט מען געזינגען בר יוחאי און תורתו מגן לנו בדביקות והתעוררות רב.
ארום 9:45 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש באתרא קדישא, ווי עס האבן אפגעווארט בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק וועלכע וויילן אין די טעג במחיצת הקודש באתרא קדישא און האבן שלום גענומען פונעם רבי'ן.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת ספר תורה פארן ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל ישיבתינו הקדושה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געווינטשן ברכות קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.
~🌴~