פרייטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט ישיבה גדולה עסק התורה - מאנסי בביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו אויף המספיק .
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל לאנדא הי"ו, ב"ר יואל בר"י שפילמאן הי"ו,
ב"ר בערל מרגליות הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת פסחים, ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאלעפארניע דעם קומענדיגן זונטאג שמות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ווי דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני ניטל און מנהגים פון קידוש לבנה.
א גוט שבת.
~🌴~