דאנערשטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף צוויבל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' גרינפעלד הי"ו,
ב"ר בערל זאבעל הי"ו,
ב"ר יקותיאל יצחק פראנקעל הי"ו,
ב"ר אסף וואהלבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאלעפארניע דעם קומענדיגן זונטאג שמות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת בלומינגראוו אין די רינאקע געגענט צום מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פראכטפולער מקוה מפארה אינערהאלב די בנין הביהמ''ד, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אינעם היכל הביהמ"ד און דערנאך געגאסן די יסודות פארן מקוה און דערנאך מכבד געווען הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב הביהמ"ד, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - יו"ר וועד לעניני מקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק', און דערנאך די נדבני המקוה און די עסקני ותושבי השכונה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד עס האט אויפגעטרעטן הרה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ארומרעדענדיג איבער די חשיבות פון בויען א מקוה, און מסיים געווען בברכת קודש.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א 'מעמד ליל הסתם וכינוס סופרים' צוגעשטעלט דורך וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק',
דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים וועלכע האט אנגעפירט מיטן מעמד, צווישן אנדערע אויף די אויסשטעלונג פון מזוזות געשריבן דורך ארום פערציג סופרים תושבי ק"י, עיבוד עורות, פסול'ע מזוזות, באשטעלן מזוזות, בדיקת תפילין ומזוזות, און נאך, און דערנאך אנגעווינטשן פאר די סופרים און עסקנים.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הבית רחל בנין הירש ג"ב לאנדא ווי עס קומט פאר די מתמידים רץ למשנה, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און איבערגעלאזט ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 1:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ליפא סאמעט שליט"א און ר' יואל שמאיע הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין אריבער הונדערט אינגעלייט וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די נדבות פארן מקוה טהרה החדש לאור קריאת הקודש פון רבינו שליט"א וועלכע האט פארגאנגענע וואך אויפגעטרעטן אין מבצר הכוללים און געבעטן די אינגעלייט זיך אנצושליסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די מקוה טהרה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין הנהלת קהילתינו פון בלומינגראוו אין שפיץ פון הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דקהלתינו בלומינגראוו, אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' און חברי וועד השכונות דקהלתינו הק', ווי זיי האבן אנגעפרעגט אויף פארשידענע פלענער און אפציעס פאר בית מדרשינו החדש וואס וועט געבויעט ווערן בשכונת דאלאס אין בלומינגראוו, און דערביי האט דער רבי ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר אנשי שלומינו תושבי בלומינגראוו, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
אויך זענען אריין די עסקנים פון די צדק ארגאנאזאציע אין שפיץ פון הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו ווי מען האט דן געווען אויף פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, און מקבל געווען ברכת הקודש.
~🌴~