זונטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויחי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם לעווי הי"ו,
ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר מנחם שווימער הי"ו און ר' זלמן לייב גראסבארד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט.
ארום 9:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו און הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א,
און פון די מחותנים ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו און ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, נאך מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~