מוצ"ש ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש ויגש=
נאך הבדלה זענען אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים מידי שבת בשבתו ביים שלחן הטהור פון רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארטיילט מטבעות און ווארעם אנגעוואונטשן.
אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן במשך די ימי החנוכה ביי די מעמדי הדלקת נר חנוכה פון רבינו שליט"א.
ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - מראשי קהלתינו בב"פ ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות לטובת די מקוה טהרה החדש,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שאול הי"ו און זיין משפחה.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום 'מסיבת מלוה מלכה ואסיפת התחזקות' פאר אלע רמ"י המתיבתא,
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הר"ר יחזקאל ווייס שליט"א, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די מגי"ש און מסיים געווען בברכת קדשו,
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~