מיטוואך ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויגש=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו,
ב"ר יצחק צבי קליין הי"ו,
ב"ר אברהם לעווינגער הי"ו,
ב"ר יואל קיש הי"ו,
ב"ר אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 4:15 איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד כ"ץ הי"ו אין ביהמ"ד הלכה ברורה ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הלכה ברורה. דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו און ר' לוי יצחק דוד לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו און ר' יונתן בלייער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו און ר' משה אלי' רובין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' משה מנחם כהנא שליט"א - אדמו"ר מסערעדנא ב"ב אינאיינעם מיט מחותנו הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס, און די דיין שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע ספר אגלי דבש חלק ב' און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' קלמן פילאפף הי"ו און ר' שמואל שלעזינגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' שאול גרינפעלד הי"ו און ר' שלמה הערש פישער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~