דינסטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויגש=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג' אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז הרה''צ רבי אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א - אדמו''ר מקאזלאוו געקומען אויף א באזוך לקראת די חתונה פון בנו החתן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
אזוי אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א - גאב"ד וויען עסטרייך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון בת הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים און די זיידעס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צו באשיינען די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קלאסנא שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א אין די זאלן פון אור החיים וויזשניץ.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך האט מען אויפגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און דערנאך עקסטער מיט גיסו הגה"צ מאנטריאל'ער רב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן די כלה און פאר אחותו הרבנית מ'מאנטריאל תליט"א, און פארלאזט די זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~