דאנערשטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מקץ=
~יום ד' דחנוכה~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש לאוב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יודא יקותיאל הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ה' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת.
פאר מעריב האט הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וומ"ס צום פיפטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 10:30 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז דורך די מצוה פון תפילין איז מען זיך מקשר צו הקב"ה, און אויב איז מען דבוק צו הקב"ה ווערט מען נישט בטל ברוב האומות, און פארדעם איז דא אכט טעג חנוכה אנטקעגן די אכט קשרים מיט וואס מען איז זיך מקשר ביי הנחת תפילין די זיבן כריכות פון די של יד און איינס פון די של ראש, אבער דאס איז נאר אויב מען איז נישט מסיח דעת פון די תפילין און מען פירט זיך ווי עס פאסט בשעתן אנהאבן די תפילין,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו אז כמו שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם, בזמן הזה! און מען זאל זוכה זיין בזמן הזה צו האבן א נצחון המלחמה מיט די וואס ווילן חרוב מאכן די חינוך פון כלל ישראל.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
~🌴~