מיטוואך מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מקץ=
~יום ג' דחנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל שפיטצער הי"ו,
ב"ר יואל פריינד הי"ו,
ב"ר שלמה זלמן געלב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה האט שלום גענומען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וועלכע איז געקומען פראווען א מסיבת חנוכה מיט די תלמידי המתיבתא צוליב וואס דער רבי צינדט אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים,
דער רב האט איבערגעגעבן א ווארעמע גריס פון קהלתינו הק' אין אנטווערפן ווי דער רב שליט"א האט געוויילט אויף כ"א כסלו און געפראוועט דעם שבת וישב בקרב קהלתינו הק', און בפרט פון די ישיבה קטנה וואס איז געעפענט געווארן דעם זמן מיט א שטארקע הצלחה.
=ליל ד' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:15, פאר מעריב האט הב' עמרם יואל שאלאמאן אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:30 איז דער רבי ערשינען צום צינדן אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים פון אנ"ש, אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, נאכן צינדן האבן די קינדער פארגעזינגן מעוז צור, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני הלל והודאה.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום.
דער רבי האט געשפילט דריידל מיט די קינדער און דערנאך איז געווען א געלעגענהייט פאר די בחורים צו פרעגן שאלות ותשובות ווי די בחורים האבן געקענט פרעגן שאלות וספיקות, אויף וואס דער רבי האט פארענטפערט בטוב טעם ודעת.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי חיזוק והדרכה.
נאך די מסיבה זענען אלע קינדער און בחורים אריבער פערזענליך אפנעמען חנוכה געלט און מתנות פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט, צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
דערנאך ארום 12:10 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הווארט -לחיים לרגל די שידוך פון נכדתו הכלה בת הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד אהל פיגא,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט די חשובע זיידעס און מחותנים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און האדמו"ר מטאמאשוב שליט"א, און פארן גאנצן אנוועזענדן ציבור,
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~