-ווייטערדיגע באריכט פון יום א' קרח בצל הקודש אין וויליאמסבורג-
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
-ווייטערדיגע באריכט פון יום א' קרח בצל הקודש אין וויליאמסבורג-
ארום 7:00 איז דער רבי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און איז תיכף צוגעפארן צו בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סט. זיך באטייליגן ביים הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריין געגעבן געווארן דורך משפחת ראזענבערג לע''נ זייער אומפארגעסליכע פאטער ר' יצחק ראזענבערג ז''ל ראש הקהל דקהילתינו הק.
דער רבי האט געטאנצען די רקודי קודש כנהוג און פארגעזאגט לדוד מזמור.
דערנאך האט זיך דער רבי באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות וסיום הש"ס פון החתן שמואל ב''ר מנחם טייטלבוים ממציוני יוצאי תלמידי ישיבתנו הק' , נאכן סיום איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אויף היוז סט, ווי עס איז געווען זמני כניסה.
ארום פערטל צו צען איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום סיום מס' יבמות פון חבורת יסודי התורה און די זאל פון קענט עוו. סקווער קאמבינירט אינאיינעם מיטן סעודת הכנסת ספר תורה דורך משפחת ראזענבערג.
דער רבי אויפגעטרעטן מיט דב"ק, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט דברי חיזוק ועידוד להלומדים החשובים, און ווי אויך ארויסגעברענגט די שבח פון ר' יצחק ראזענבערג ע"ה און פארענדיגט בברכות קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט דברות קודש לקראת די היסטארישע בליץ-נסיעה קיין ארה''ק זיך צו משטטח זיין אויפן ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בן יוחאי אין מירון
רבינו שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אז מען זאל שטעלן עסקנים וואס זאלן צוזאמנעמען קוויטלעך פון אלע לומדים פון יסודי התורה און תורתך שעשועי און עס אים אפשיקן קיין מירון ווי ער וויל זיי אינזין האבן.
דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום אויף מסכת יבמות
און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף פייערדיגע ריקודי קודש ווי מען האט צווישן אנדערע געזינגען מירון'ע ניגונים ווי דער רבי האט געטאנצן א לענגערע צייט מלא הרגש
ארום 11:15 האט מען געבענטשט
און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין זאל
דערנאך איז דער עולם אריבער זיך געזעגענען און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו
~🌴~