א' קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
א' קרח
ארום 2:40 איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק און איז צוגעפארן צום חומש סעודה פון תלמידי מוסדתינו הק' וואס איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול, ווי דער רבי האט אויפגעטרעטן לכבוד המאורע און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די קינדער און די עלטערן.
דערנאך האט זיך דער רבי באטייליגט ביים מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וקביעות מזוזה וחנוכת הבית אין אפיס פון הרבני הנגיד יואל שרגא שעהר און הרבני הנגיד יואל מרדכי גוטמאן, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
דערנאך האט זיך דער רבי באטייליגט ביים מעמד התייסדות קרן הבנין לביהמ"ד דברי יואל, קאמבינירט מיטן שמחת השבע ברכות פון די מחותנים ר' מרדכי יצחק כ"ץ און ר' ישראל פארגעס, מגדולי עסקני ותומכי הביהמ"ד וועלכע איז פארגעקומען בבית הרה"ג ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דיין ומו"ץ בקהלתינו.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' משה כהנא ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
תיכף נאך מנחה איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים מעמד הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריין געגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא הי''ו.
דער רבי האט געטאנצען די רקודי קודש כנהוג און פארגעזאגט לדוד מזמור, א ספעציעלע התעוררות איז געווען ביים פסוק מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו.
דערנאך האט דער רבי געפראוועט א מסיבת לחיים.
בעת דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד נאכן הכנס"ת האט מען געזינגען כי מלאכיו און ימים על ימי, און דער רבי האט זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג צום הכנסת ספר תורה פון משפחת ראזענבעג קאמבינירט מיט'ן צענטראלע סיום אויף מסכת יבמות פון חבורת יסודי התורה.
-ווייטערדיגע באריכט וועט שפעטער נאכפאלגן-
~🌴~