דאנערשטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי השבוע וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל שלום פאללאק הי"ו און ר' אברהם שמואל בראך הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו און ר' יעקב וויזעל הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:45 אויפדערנאכט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שלום משה עקשטיין הי"ו און ר' אלעזר גרובער הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א און ר' שמואל משה פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה צום 'כינוס הלומדים וסיום מסכת זבחים' דורך חבורת תורתך שעשועי צוגעשטעלט דורך מפעל קביעות עתים לתורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די לומדי החבורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 10:20 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד בית ברוך צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
עס האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און פארן מחותן, און די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מהנה געווען בדברי חזנות הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
ברכה אחריתא: די מחותן דער אבי החתן הגה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
עס איז געקומען אויף א באזוך מחותנו הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, הגה"צ בערטשע רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א ספר עטרת יצחק, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~