מיטוואך וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלטר צבי שטעסל הי"ו און ר' יצחק אייזיק מיללער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם הערש ברש"י שעהר הי"ו און ר' בערל בר"י מיטעלמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגערביז 11:40 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~