מאנטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים יחזקאל שרגא פערל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו און ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' בעריש שעהנברוין הי"ו און ר' ישראל ניימאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
עס איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א - מקאמארנא ביתר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
א גוטע נאכט.
~🌴~