זונטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו בבית זקנו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן יעקב שווארץ הי"ו,
ב"ר יעקב יוסף מזרחי הי"ו,
ב"ר שלמה יאקאבאוויטש הי"ו,
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו און ר' שאול בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ברוך מאיר בראדער הי"ו און ר' שמעון יצחק פילעפף הי"ו,
און פון די מחותנים ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו און ר' אשר מענדל כהנא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~