מוצש"ק חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצש"ק חיי שרה=
~ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' אין מאנטריאל~
נאך הבדלה האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק דורך א הוקאפ פאר די הונדערטער אלמנות ביים מעמד הדלקה באתרא קדישא מירון נאכן הערליכן "שבת עונג הרוחות", וועלכע איז פארגעקומען אין טבריא אויף א פראכטפולע פארנעם אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א.
ארום 8:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מעמד הכרת הטוב דורך חברה הצלה פון מאנטריאל לכבודו פון הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א אמבולאנס פאר חברה הצלה,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם מאיר פייג הי"ו - מראשי העסקנים בעיר מאנטריאל וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון הרה"ח ר' מנחם הי"ו און די איבריגע עסקני סאטמאר וועלכע שטייען צו הילף מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע וואלונטירן, און איבערגעגעבן א זילבערנע וויין פלאש פאר הרה"ח ר' מנחם הי"ו בשם די חברה הצלה אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילצאליגע פעולות לטובה פאר הצלה בפרט און פאר מאנטריאל בכלל.
דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי קרית טאהש.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען בבית אלמנת הרה"ח ר' יעקב יושע ווערצבערגער ע"ה וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד אינאיינעם מיט אירע קינדער לע"נ בעלה /אביהם,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבית הר"ר אהרן משה שווארטץ שליט"א וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרובי המשפחה הגה"צ ר' שמעי' שווארץ זצ"ל - אב"ד סאטמאר מאנטריאל רבות בשנים, און הרה"ח ר' אשר שווארטץ ז"ל - גבאי מפורסם ביי רבותינו הק' לבית סיגוט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הר"ר אהרן משה שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' וואלף בער לערנער שליט"א - דומ"ץ בעלזא מאנטריאל, ביים באזוך זענען אויך אנוועזענד געווען די דיינים פון די קלענערע בעלזא בתי מדרשים אין שטאט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בכמה מקצועות התורה און איבער מנהגים ביי הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצ"ל,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א און די איבריגע דיינים שליט"א.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום שאטער הענקי צום מעמד סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן היינט זונטאג בביהמ"ד הגדול אין מאנטריאל,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות און האברך ר' דוד קליין הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך האט הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן הי"ו אריינגעברענגט די ספר תורה און אראפגעלייגט אויפן רבינ'ס טיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות זינגענדיג ויהי נועם, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק לתושבי העיר ארויסברענגענדיג די חשיבות פון א דיבור, פון א שורה גמרא, א דאווענען, וכו' אבער דאס קען נאר זיין אויב מען איז ממעט בהבלי עולם הזה און תאוות הגשמיות,
און דער רבי האט מסיים געווען בדברי שבח פארן חשובן נדבן ארויסברענגענדיג די פילצאליגע פעולות לטובה פונעם נדבן און די שמחה וואס עס איז יעצט פארן נדבן און פאר די וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען מיטן שמחה פונעם נדבן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן אפענעם ספר תורה,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר שפיטצער הי"ו און מיט אנטוהן די מענטעלע הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו - וומ"ס,
דערנאך האט די נדבן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן הי"ו איבערגענומען די ספר תורה און דער רבי האט אנגעטוהן די קרוין אויפן ספר תורה, און דערנאך איבערגענומען די ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיטן ספר תורה,
מען האט געענדיגט ארום 12:40, דער רבי האט געווינטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור און ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה און אהיים לבית האכסניא בבית הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווצ"ב הי"ו.
עס איז אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א - ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און הגה"צ די דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבין ספרו חיי הלוי, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די קבוצה מזמרים מאנשי שלומינו וועלכע האבן אנגעפירט מיט די מעמדים במשך די פארלאפענע טעג, דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה און אלע מזמרים זענען אריבער און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
~🌴~