שבת קודש פרשת חיי שרה שבת - מבה"ח כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חיי שרה שבת - מבה"ח כסלו=
~ שבת המרומם בקרב אנ"ש אין מאנטריאל~
עש"ק נאכמיטאג איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג הי"ו - מחשובי חסידי בעלזא ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה במשך די ימי ביקור המרומם,
נאך די מקוה האט דער רבי געגעסן טועמיה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו ובני משפחתו.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם לייב ליכטמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת וועלכע האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור אינעם שאטער הענקי נדבת לבו פון הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מראה"ק.
עס האבן זיך אנגעזען הונדערטער אנ"ש פון מאנטריאל, און די פילצאליגע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער די וועלט מיטהאלטן דעם דערהויבענעם שבת.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בהגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו שליט"א.
דער רבי האט מכבד געווען מיט רחם הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א - אב"ד וויזניץ ב"ב - מאנטריאל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א - גאב"ד מאנטריאל.
מנוחה ושמחה: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל, און געטייטשט בדרך דרוש אין די מחלוקת צו 'כל' מיינט כל כולו אדער כל אפילו א משהו.
קה אכסוף: הגה"צ ר' וואלף בער לערנער שליט"א - דומ"ץ בעלזא.
ברכת המזון: הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א - ראב"ד סקווירא.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ל' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און אלע מאנטריאל'ע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי"ו - וומ"ס.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יחזקאל טויבער שליט"א - אב"ד באבוב מאנטריאל.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 9:20.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי חברת תהילים פון די ילדי תשב"ר בהיכלי התפילה,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מיטגעזאגט א קאפיטל תהילים און משמיע געווען קורצע דב"ק פאר די קינדער ארויסברענגענדיג די חשיבות פון א קאפיטל תהילים, בפרט דורך תינוקת של בית רבן.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אהרן משה שווארטץ שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו.
מיט די עליות זענען מכובד געווארן די נגידים וועלכע האבן געש'נדר'ט גרעסערע סכומים להשלמת הביהמ"ד,
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ק"י.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - ק"י.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אלטר משה בר"ש קליין הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו - וומ"ס. אחרון: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו - ק"י.
הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערענליכט הי"ו - לאנדאן.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אהיים צום אכסני' בבית הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מראה"ק.
דער רבי האט געפראוועט די בייטאג סעודה אינאיינעם מיט די נגידים מאנ"ש וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פאר קהלתינו הק' אין מאנטריאל.
דער רבי האט געמאכט קידוש, און טועם געווען מזונות און פיש כנהוג, ביים קידוש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה, ביים סעודה האט זיך דער רבי באנוצט מיט א זמירות ברך משה און דער רבי האט א לענגערע צייט אריינגעקוקט אין די מנהגים און עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים איבער פארשידענע מנהגים ביי רבותינו הק' זי"ע.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק קרית יואל.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק קרית יואל.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מראה"ק מאנטריאל.
נאכן בענטשן האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן בעל אכסני' און בני משפחתו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם שאטער הגדול ארום 4:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו.
כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - ק"י.
לוי: הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו מאנטריאל.
שיר המעלות: הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א - מו"ץ בקהלתינו מאנטריאל.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל, און דער רבי האט ארויס געברענגט אז ווען א איד טוט א מצוה לאזט עס איבער א רישומא דקדושה, און דאס ערמעגליכט נאכדעם צו קענען תשובה טון.
ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א - מו"ץ בקהלתינו מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א - מו"ץ בסקווירא ומראשי כוללינו במאנטריאל.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אב"ד דקהלתינו שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געווינטשן א גוטע וואך און אהיים לבית האכסניא.
מען האט געענדיגט ארום 7:10.
~🌴~