פרייטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג חיי שרה=
~ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' אין מאנטריאל~
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל, אינאיינעם מיט א ריזן ציבור אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם שבת.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן "מעמד לימוד שלוש שעות רציפות" פארן דאווענען ווי די בחורים האבן עוסק געווען בלימוד התורה אלץ הכנה צום דערהויבענעם תפילת שחרית אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א,
דער רבי האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט אלע בחורים אנשי שלומינו פון מאנטריאל,
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות ודביקות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר אלע בחורים,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בעריש גראס שליט"א - מגי"ש בישיבה קטנה וועלכע האט ארויסגעברענגט די הכנה דרבה וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט צום דערהויבענעם באזוך במשך די פארגאנגענע וואכן מיט טויזענטער שעות רציפות לימוד התורה,
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים מיט די נעמען פון די בחורים וועלכע האבן אינאיינעם געלערענט 9,474 שעות רציפות,
דער רבי האט עס באטראכט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים, ארויסברענגענדיג אז מען דארף לערנען מיט א חיות דקדושה, לעבן מיט די תורה, פילן א טעם אין די תורה, אבער דאס קען מען נאר אויב מען איז ממעט בגשמיות מהאלט זיך צוריק פון די תאוות הגשמיות, אזוי ווי תוס' זאגט 'עד שיתפלל שיכנסו תורה לתוך פיך תתפלל שלא יכנסו מדענים לתוך פיך', און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די חשיבות פון גיין אין מקוה יעדן איינציגסטן טאג פארן דאווענען, און איבער וויאזוי א מקוה דארף צו אויסקוקן, און דערנאך מעורר געווען נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך די היינטיגע מאדערנע ניגונים און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די כח און השפעה וואס א ניגון לאזט איבער אויף א מענטש, און מעורר געווען נזהר צו זיין פון די כלים הטמאים הקטנים עם הגדולים, און איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און נאך, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר די בחורים.
דערנאך האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא וואס מען לערענט אין ישיבה מסכת גיטין בסוגית עד אחד נאמן באיסורים בדבר ערוה, און געבעטן די בחורים צו זיכן תירוצים אויף די קשיא.
דערנאך זענען אריבער אלע בחורים וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביים 'מעמד לימוד שלש שעות רציפות' פארן דאווענען און דער רבי האט פארטיילט א ספר ויואל משה פאר אלע בחורים, מען האט געענדיגט ארום 12:30, אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג צום היכל הביהמ"ד.
א גוט שבת.
~🌴~