דאנערשטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חיי שרה=
~ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' אין מאנטריאל~
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די קינדער וועלכע האבן עוסק געווען בלימוד התורה פארן דאווענען.
דער רבי האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלום שווארטץ הי"ו - מאנטריאל.
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.
לוי: הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו שליט"א.
שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ומעמד "בני הם" בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט אלע ילדי תשב"ר דקהלתינו הק' פון כתה א' און ארויף,
די קינדער האבן געזינגען ניגוני התעורורות און פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים וואס אלע קינדער שפירן צום גרויסן באזוך פון רבינו שליט"א און צוגעגרייט די קינדער צו מקבל זיין די דברי הדרכה פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים און די קינדער און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צווישן אנדערע צו נזהר זיין במידת האמת, גיין מיט די ציצית אינדרויסן, דאווענען און זאגן ברכות אויפן קול און מיט כוונה, און צוגעענדיגט בברכת קדשו פאר אלע קינדער.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער נעמען א געבענטשטע מטבע פון רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:20.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי באזוכט ביי די רבני העיר ווי עס האט זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בתורה וחסידות, סיפורים והנהגות, און נאך,
צום ערשט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע פריוואטע שמועס פאר ארום א דריי פערטל שעה.
דערנאך ארום 3:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יעקב אלי' אנסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל ווי עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס,
דער רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן,
ביים באזוך זענען אויך אנוועזענד געווען די בחורים תלמידי ישיבתו און זענען אריבער נעמען שלום פון רבינו שליט"א.
דערנאך ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א - אב"ד דזשיבוי ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע און נאך,
דער רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן, דערנאך ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען ביי הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א - ראב"ד סקווירא ווי עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הידורים פון א קוואל מקוה, און איבער עירובין אין די אלטע היים, אין סיפורים פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע,
די דיין שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דערנאך ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.
נאך מנחה ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע און פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן, דערנאך האט זיך האדמו"ר מוויזניץ שליט"א איינגעשפארט אויף א פריוואטע שמועס פאר געציילטע מינוטן,
דערנאך ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א - אב"ד וויזניץ ב"ב- מאנטריאל ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסוגית אין שליח לדבר עבירה און סיפורים פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע,
דער רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דערנאך ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א - גאב"ד מאנטריאל ווי עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שחיטה אין מאנטריאל,
דער רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא,
נאך מעריב ארום 8:10 האט זיך אנגעהויבן די זמני כניסה ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין בקודש פנימה לויט א פאראויס באשטימטע סדר וואס האט זיך געצויגן ביז ארום 11:45 אויפדערנאכט.
~🌴~