מיטוואך וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב', ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די נעכטיגע וואלן און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז די ציבור ווערט נאכגעשלעפט נאך די גויאישע גאס און ווערט אריינגעצויגן אין די גויאישע פאליטיק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרב ליפא רובין שליט"א בן האדמו"ר מראפשיץ שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן, לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד מנחם מענדל נ"י, דער רבי האט צום ערשט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די ציצית און קאפל,
דערנאך האט דער רבי זיך געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די זיידע האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:10.
ארום 4:00 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,000 תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה סיי איבערן מיטהאלטן די שיעורים הן אין גמרא און הן אין די שיעורי שו"ע און סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך צו לערנען מוסר ספרים בקביעות,
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, גיין נאך געלט, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה ארום 3:50,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 4:20.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלום אליעזר גראד הי"ו און ר' יצחק פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' דניאל שאלילאף הי"ו און ר' יואל יוסף חיים גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הר"ר אשר יונה הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, אינאיינעם מיט מחותנו הר"ר הערשל ראזענבוים שליט"א, אפנעמען ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון צאצאיהם וואס קומט פאר מארגן דאנערשטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס אין ק"י.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד להרב ברוך רוקח שליט"א וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם זיידן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, פאר די חשוב'ע זיידעס האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, און פארן גאנצע ציבור. עס האט זיך פארפירט א לענגערע שמועס איבער מנהגי ברית מילה, סיפורי צדיקים, און נאך.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי''ש כנהוג און אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~