דינסטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג' בביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ליפא קליין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור אויף די וואכעדיגע פרשה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45,און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור .
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פון בת הרה"צ ר' אלטר טייטעלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' לייבוש זצ"ל דומ"ץ קרית ויואל משה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס האדמו"ר משינאווא שליט"א און האדמו"ר מבורשטין שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און די חשוב'ע זיידעס, און אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 1:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~