מאנטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"מ הירש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל פריינד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די עסקני קהלתינו הק' וואס גיבן זיך אוועק למען כבוד קהלתינו הק' מיטן צושטעלן די מעמדים און שמחות בחצרות קדשינו און בפרט דעם פארלאפענעם חודש תשרי העעל"ט בצל הקודש,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן,
ביים שבע ברכות האט צום ערשט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, ווי ער האט דערביי אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר עסקנים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת,
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יצחק גרינפעלד הי"ו, און ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארום גערעדט איבער די חשיבות פון עסקנות און אנגעוואונטשן פאר די עסקנים ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די חתן און מחותנים פאר לענגערע מינוטן,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם חתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א,
ברכות ראשונות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו,
ברכה אחריתא: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק,
דערנאך זענען אלע עסקנים אריבער אפנעמען ברכת קודש ווי דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעווינטשן פאר אלע עסקנים,
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~