זונטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף לייב ברוין הי"ו.
ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו.
ב"ר שלמה יעקב לעפפלער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:40 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 10:00 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד ישמח משה צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ולכבוד חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו – מתושבי השכונה,
דערנאך האט הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו מהנה געווען מיט פרקי חזנות,
ביים שבע ברכות האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א בנוחכת רבינו שליט"א ובשליחות הקודש און אויפגעפאדערט דער גאנצער ציבור זיך צו באטייליגן דעם דינסטאג אין די גאר קריטישע וואלן און שטימען פאר די קאנדידאטן אינדארסירט דורך קהלתינו ומוסדותינו הק' עפ"י הוראת רבינו שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו בדברי בדחנות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש
דערביי האט דער רבי ארום גערעדט מיט ווייטאג איבער די פאלשע און פסול'ע מזוזות וועלכע זענען געכאפט געווארן זיך דרייען אינעם היימישן מארק, און דערביי געצייגט פארן אנוועזנדע ציבור עטליכע פון די געדרוקטע מזוזות, און ווי אויך מזוזות געמאכט מיט א סטענסיל, וועלכע זענען כמעט אוממעגליך צו דערקענען אפילו פאר א סופר מומחה, און בלויז מיט סייעתא דשמיא איז עס געכאפט געווארן
רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט יעדער איינער וואס וויל כשר'ע מזוזות זאל עס לאזן שרייבן ביי א סופר, און נישט זוכן מציאות ביי סוחרים.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים און די גאנצע אויבן אן.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די מחותן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
ברכות ראשונות: די מחותן הגה"צ ר' יושע רובין שליט"א - אב"ד ראדאוויץ.
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש
א גוטע נאכט.
~🌴~