זונטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב', ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חומר האיסור זיך צו משתתף זיין ביי די בחירות הטמאות וואס קומט פאר די וואך אין ארה"ק.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל התחלת הזמן.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקהלתינו הק' ווי מען האט בעז"ה אנגעהויבן פארגאנגענע וואך די מאסיווע אפעראציע צוצושטעלן די טויזענטער פונט מצות פון די בארימטע "קרית יואל'ער מצה בעקערי" וואס איז באקאנט מיט אירע פילצאליגע הידורים און ספעציעלן געשמאקע טעם,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם בעקערי פאר א לענגערע צייט ביי אלע אפטיילונגען און געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה הרה"ח ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן די יאר,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם שטח וואס ווערט צוגעבויעט און וועט באנייעט ווערן אי"ה אין די קומענדיגע וואכן און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק אויף די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה .
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר משה יודא עקשטיין שליט"א און ר' יואל בר"י שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו און ר' יצחק שטויבער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און ווארעם אנגעווינטשן און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~