שבת קודש פרשת נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נח=
~שבת עלי' לתורה פון החתן הרב יחזקאל שרגא בן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה~
נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטון די שטריימל בביתו נאוה קודש פאר נכדו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א,
און פאר החתן משה עמרם ב"ר יואל ליבערמאן הי"ו.
אויפן וועג צום ביהמ"ד האט מען באגלייט דעם חתן בשירה וזמרה.
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ ר' יוסף משה מייזליש שליט"א - אב"ד לאסק ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב עטה"ק בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בהגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרב הערשל אונסדארפער שליט"א - ראה"כ פאפא ב"פ.
פאר די פיש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה תולדות נח, און ארויסגעברענגט אז דורך שבת איז מען זוכה צו תשובה, און דורך זינגען זמירות שירות ותשבחות אום שבת הייסט מען א שומר שבת כהלכתה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב הערשל אונסדארפער שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה תולדות נח, און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הגה"צ רבי יחזקאל הורוויץ שליט"א - שטראסבורגער רב.
ברכת המזון: הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטרעאל.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פרייטאג ג' חשון.
קה רבון עלם: הגה"צ ר' אנטשיל שעהר שליט"א - אב"ד קלעסאן וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב משה רוקח שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:40.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הגה"צ אב"ד קלעסאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - בראזיל.
כהן: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' מרדכי לעווינגער הי"ו.
שלישי: החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א.
רביעי: החתן אהרן יושע ב"ר משה יודא עקשטיין הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן אפרים משה ב"ר משולם פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בנציון שווארץ הי"ו,
ר' משה מערמעלשטיין הי"ו,
ר' שמואל אליעזר ברילל הי"ו.
שביעי: החתן יושע ב"ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
הוספות: - הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א.
הגה"צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט"א - שטראסבורגער רב.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מפטיר: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
מען האט געמאכט א מי שברך להמתענים בה"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב משה רוקח שליט"א.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכלי הפאליש בביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט קידוש געמאכט, און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד השמחה,
עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה די מחותן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א,
דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שמואל פריעדמאן שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הגה"צ אב"ד קלעסאן שליט"א.
כהן: הר"ר יצחק הערש ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א - סיגעיט.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב הערשל מייזליש שליט"א - בן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אלה תולדות נח נח איש צדיק תמים היה בדורותיו את האלוקים התהלך נח', און דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אז דורך זהירות בהליכה למקוה יעדן טאג איז מען זוכה אז תורתו משתמרת ומתברכת, און מען איז ממתיק מידת הדין למידת הרחמים.
ידיד נפש: הגה"צ רבי פנחס מרדכי מייזליש שליט"א - דומ"ץ דקהל יראים סיגעיט.
קל מסתתר: הר"ר יחזקאל ברוין שליט"א - מאנטריאל.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
~
מוצ"ש ארום 11:00 אזייגער האבן זיך געשטעלט צום פארהער בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס יוצאי ישיבה סניף היכל התורה אויף פארשידענע מקצועות וואס מען האט געלערענט פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און ווארעם אנגעווינטשן.
אויך איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מדעעש ק"י שליט"א אפנעמען ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר די וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
~🌴~