זונטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:15 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר וואלף פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יעקב שלום ווייס הי"ו.
ב"ר מרדכי לאנדא הי"ו. ב"ר יצחק עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אין פארשעי אינאיינעם מיט גאווערנער האקול יר"ה וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג און ווערט אינדארסירט דורך עסקני קהילותינו ומוסדותינו הק',
ביים אסיפה זענען אנוועזנד געווען די ראשי והנהלת הקרי' פון קרית יואל, און די ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון וומ"ס און בארא פארק,
אויף א עקסטערן טיש זענען געזעצן די גאווערנער יר"ה אינאיינעם מיט הרבנית הצדיקת תחי' און הרבנית אשכנזי תחי',
ס'איז אויסגעשמועסט געווארן א רייע טעמע'ס וואס איז עומד על הפרק אריינגערעכנט פאציענטן רעכטן אין שפיטעלער, חינוך און עדיוקעשן אין מוסדות התורה, די קרית יואל וואסער פייפליין און נאך.
צווישן אנדערע האט דער רבי האט ארויסגעברענגט פארן גאווערנער די השתלשלות פון אידישקייט אין אמעריקע און איבער אלע צרות וואס כלל ישראל איז שוין אדורך און מען האט זיך נישט געבויגן קיין כל שהוא, און אויפגעפאדערט אז מ'זאל טוהן אלעס וואס מקען עס זאל ווייטער קענען אנגיין,
די רבי'ס ווערטער איז געווארן איבערגעטייטשט דורך הרבנית אשכנזי תחי' פארן גאווערנער, עס איז צום האפן אז די אסיפה וועט בעז"ה ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן אויף אלע ענינים, דער רבי האט זיך זייער באדאנקט און ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 7:20 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
~🌴~