שבת קודש פרשת בראשית - שבת מברכים חודש חשון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בראשית - שבת מברכים חודש חשון=
אויף שב"ק האט רבינו שליט"א געוויילט אויף מנוחת הנפש אין פארשעי - מאנסי, די תפילות און די סעודת ליל שבת זענען פארגעקומען אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 6:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש מעוטף בטליתו,
בעל תפילה: הרה"ג ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א - אב"ד בוטשאטש.
קבלת שבת: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:50.
ארום 9:15 האט מען געעפנט די טיר צו די זמירות ודברי תורה בבית האכסניא.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב יצחק אייזיק ווארפמאן הי"ו - ק"י.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יואל עמרם גרובער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף קישור סוף התורה לתחלתה, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דרבים דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הר"ר יואל ישראל וואגשאהל שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג אב"ד בוטשאטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגער רוזשינער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ג' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
אז ביום השביעי: ר' יחזקאל היימליך הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד לויעוו טשערנאבל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו - ק"י.
תפילת שחרית: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הב' אברהם ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו.
בעל קורא הב' אברהם דוד ווארפמאן.
כהן: ר' שלמה מנשה גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' בנציון וויינבערגער הי"ו.
שלישי: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' חיים מאיר מארך הי"ו.
חמישי: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן הי"ו.
שביעי: הב' מרדכי ב"ר דוד פארקאש הי"ו.
אחרון: הב' שניאור ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
מפטיר: הב' המשב"ק חנני יו"ט ליפא דייטש.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' אברהם אהרן ב"ר חיים נתן העללער הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרב יצחק אייזיק ווארפמאן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הב' טובי' צבי ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו.
~
דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה בבית האכסניא.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' שלמה מנשה גליק הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הב' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו.
כהן: ר' שלמה מנשה גליק הי"ו.
לוי: הב' אברהם אהרן ב"ר חיים נתן העללער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
גלילה: הב' אברהם דוד ווארפמאן.
דער רבי האט זיך געוואשן בבית האכסניא, דער רבי איז אריין געקומען צו של"ס אין ביהמ"ד בוטשאטש ארום צען מינוט נאכן זמן און טועם געווען חלה און פיש.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב יוסף מאסקאוויטש שליט"א - אב"ד בארוב.
שיר המעלות: הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א - לאנדאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלקים, בראשית איז ברית אש, די תורה איז אש הלא כה דברי כאש, פייער האט א שטארקע כח, די תורה הק' האט א געוואלדיגע כח, אידישע קינדער בכל הדורות אין גלות האבן געהאט שווערע נסיונות און נאר מיט די כח פון די תורה האט מען אלעס אריבערגעמאכט.
יעצט נאך די הייליגע טעג ווען מען האט זיך מקבל געווען קבלות טובות, דארף מען עס מוציא זיין מכח אל הפועל און שעפן חיות דקדושה פון די תורה הק'.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם ליבערמאן הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמחה אהרן אשר גאלד הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם משה גאטטעסמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~