מיטוואך ברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ברכה=
~יום א' דחול המועד~
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:55.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"צ ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דורך א האקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק,
דער רבי האט צום ערשט משמיע געווען קורצע דברי תורה לכבוד היום, און דערנאך ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מהערט צוריק סיי פון די קהילה און סיי פון די מוסדות און ישיבה, און צוגעענדיגט בברכת קדשו בכלליות ובפרטיות פארן גאנצן ציבור.
פארנאכטס איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי, ווי עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס אין פארשידענע מקצועות התורה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 און מעריב ארום 8:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
~
=ליל ב' דחוה"מ=
~אושפיזא דמשה~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה אום 10:30.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ דכוללינו וומ"ס,
הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ,
הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עסן פת אין די סוכה האט די זעלבע כח ווי א מקוה וואס איז מכניע די קליפות און לאזט די תפילות ארויפגיין אין הימל, און דורך דעם איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען און עס ווערט מכופר אפילו די הארבע עבירות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
ברכת המזון: הרה"ג ר' שמואל יודא בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
א גוטן מועד.
~🌴~