ליל א' דחוה"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ליל א' דחוה"מ=
~אושפיזא דיעקב~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הר"ר זלמן לייב רובין שליט"א - אב"ד דינוב מאנסי.
הר"ר חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו אנטווערפען.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה
ווי דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם אור לשמים אז בדור האחרון וועט מען קענען מיטן כח האמונה אין הקב"ה מאכן אז די תשובה זאל נתקבל ווערן אפילו אן קיין תעניתים און סיגופים,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז פארדעם ברענגט מען אריין די ד' מינים -וואס ווייזט אויף אמונה- אין די סוכה וואס איז מרומז אויפן גלות, צו ווייזן אז מיטן כח האמונה קען מען זיך האלטן אין גלות ווייל מען קען תשובה טוהן אפילו אן קיין תעניתים און סיגופים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
ברכת המזון: הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
א גוטן מועד.
~🌴~