פרייטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג האזינו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק יעקב שמעון ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
און די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' - כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' אין ק"י אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר.
א גוט שבת.
~🌴~