דאנערשטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג האזינו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלי' קאהן הי"ו.
ב"ר גדלי' פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר יחזקאל פרענקל הי"ו.
ב"ר חיים קארנבלי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה היימאן הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' שלמה ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~