מיטוואך וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וילך=
~צום גדלי'~
ארום 5:50 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו - מראה''ק.
מען האט געענדיגט ארום 6:55.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור, ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר''א ראזענבערג הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 8:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~