יו"ט ראש השנה תשפ"ג בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט ראש השנה תשפ"ג בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל=
ארום 7:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן "מבצר הכוללים בק"י" מיט אירע אריבער 800 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דערנאך ארום 8:15 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו מערבית, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור באש קודש, מען האט געענדיגט ארום 8:50.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען קורצע דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק "ישא ברכה מאת ה', און געזאגט אז א בשר ודם קען נאר וואונטשן א ברכה בכלליות, אבער השי"ת וואונטשט א ברכה כללית, וואס אין דעם ליגט א ברכה פרטית פאר יעדער איד וואס ער פערזענליך דארף,
דאס איז ישא ברכה מאת ה', הוי"ה איז מדת החסד, און דער אויבערשטער בענטשט יעדעם פערזענליך מיט וואס ער דארף בפרטיות,
און דער רבי האט פארענדיגט בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און אויסגעפירט בברכת "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים ולשלום",
ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט ראש כבש, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב. ביי די לחיים האט רבינו שליט"א געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן די פיש, און ווייטער אלע מאכלי יו"ט.
מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הרב מענדל גראס שליט"א - ב"פ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ישא ברכה מאת ה', און עס אויסגעטייטשט אינעם ענין פון דרשינן כל עשין שבתורה.
ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
=יום א' דראש השנה=
נאכן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 8:10.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל און ווייסע קאפטן.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, און הרה"ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט"א - בני ברק.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות:
כהן: הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' וואלף בראווער הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו - מאנטריאל.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל דוד פרידריך הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:00 אזייגער.
עס איז געווען פּאזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.
אום 1:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און אונטער די קיטל א ווייסע קאפטן. דער רבי שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק 'עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר'
דער רבי האט נאכגעזאגט די מדרש עלה אלהים בתרועה ה' בקול שופר בשעה שהקדוש ברוך הוא יושב ועולה על כסא דין בדין הוא עולה ובשעה שישראל נוטלין את שופריהן ותוקעין לפני הקב"ה עומד מכסא הדין ויושב בכסא רחמים ומתמלא עליהם רחמים ומרחם עליהם והופך עליהם מדת הדין לרחמים, כד שמע קל שיפורא זימנא חדא בהיל ולא בהיל תנייא ודאי בהיל,
און געזאגט אז ווען א איד טוט אן עבירה קומען די חיצונים און כאפן אוועק אלע מצוות, השי"ת איז א שומר משמרתו של תורה, און הקב"ה איז מקיים מצוות השבת אבידה און געט צוריק די מצוות פאר די אידן,
אבער א זקן ואינו לפי כבודו איז פטור פון השבת אבידה, אבער במדה שאדם מודד מודדין לו, ה' צלך, השי"ת פירט זיך מיט א מענטש ווי א שאטן, דערפאר ווען אידן בלאזן די תקועות דמעומד לפנים משורת הדין איז דער אויבערשטער אויך מקיים מצוות השבת אבידה לפנים משורת הדין,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן רפואות פאר כלל ישראל, רפואה שלימה ברוחניות, און רפואה שלימה בגשמיות, און געזאגט אז "והעלה רפואה שלמה" איז בגימטריא תשפ"ג,
און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאך די דרשה איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' שמואל אליעזר טייטלבוים הי"ו - ב"פ, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
2:00 האט דער רבי אנגעהויבן מן המצר. דער רבי האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:25.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה. בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות רב.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ניסן גרינוואלד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו. שמו"ע האט דער רבי שליט''א געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הב' הרב יואל טייטלבוים בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און ארויסגעברענגט אז מיטן כח פון אמונה איז מען זוכה צו תשובה.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
נאך די סעודה איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגן אין ביהמ"ד. ביים זמן ארום 8:05 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מערבית. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' דוד בר"מ עקשטיין הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר", און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות.
הגבהות הכוס: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י.
אויפן טיש איז געווען טעצער פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די שהחינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די טייטלען פארן גאנצן עולם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל יוסף טייטלבוים שליט"א - וומ"ס.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה' און ארויסגעברענגט אז אפילו מען טוט נאר אביסל השתדלות קען שוין אריינקומען א גרויסע ברכה.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
=יום ב' דראש השנה=
נאכן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:10.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הר"ר דוד פערל שליט"א.
שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל און די ווייסע קאפטן. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, און הר"ר דוד דוב דאווידאוויטש שליט"א - בית שמש.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות.
כהן: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר אברהם גראס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' יואל מיטעלמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:20, עס איז געווען פּאזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.
ארום 1:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און אונטער די קיטל א ווייסע קאפטן.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", ואומות העולם אינם יודעים להריע כמה קרנות יש להם וכו' אלא אשרי העם שיודעין לפתות את בוראם בתרועה.
עס איז ידוע פון בעש"ט הק' 'בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב', ווער הערט די בת קול? זאגט די בעש"ט הק' יעדער איד הערט די בת קול, יעדער איד האט יעדן טאג א הרהור תשובה, נאר עס איז דא עטליכע מדריגות אין הערן דעם בת קול, ווי מער עבירות הערט מען שוין נישט די בת קול,
דערפאר ווען די אידן האבן געהערט די צ"ח תוכחות הוריקו פניהם און זיי האבן גע'טענה'ט מי יכול לעמוד בכל אלו, ווייל אינעם תוקף הגלות וועט מען דאך זינדיגן וועט מען נישט הערן די בת קול וואס זאל מעורר זיין צו תשובה? האט דער רבי געזאגט אז דורך תקיעות שופר דמיושב פאלט אוועק די מחיצות הברזל און דאס ברענגט אז ביי די תקיעות דמעומד איז מען שוין זוכה צו הערן די בת קול און נתעורר ווערן צו תשובה,
און דער רבי האט ממשיך געווען בבכיות עצומות אז ראש השנה איז מסוגל צו מתפלל זיין אז די קינדער און אייניקלעך זאלן אויך זוכה זיין צו הערן די בת קול און מעורר ווערן לתשובה און ח"ו נישט פארפאלן גיין,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען צו מתפלל זיין עס זאל נתבטל ווערן די גזירת אויפן חינוך און מען זאל ווייטער קענען מחנך זיין אידישע קינדער ע"ד ישראל סבא, און עס זאל זיין 'בטל מחשבות שונאינו' און 'הפר עצת אובינו', און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי שליט''א געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.
פארן מאכן די ברכה האט דער רבי אנגעטוהן א נייע בגד - א שאהל. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט פארגעדאווענט מיט א התעורורות רב וברגש קודש.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שמו"ע האט דער רבי שליט''א געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
ארום 6:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה לייב גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום מיטאג טיש אינאיינעם מיטן סעודת ברית, און מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים.
ארום 7:55 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור לרגל נעילת החג אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי האט טועם געווען חלה, און מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאהר אין אלע ענינים", מען האט געזונגען נגוני ימים נוראים.
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א - ב"פ.
און מיט יום ליבשה הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסה ליום חגינו כי "חק" לישראל הוא' חק איז א לישני דמזוני,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען בלאזט מאה קולות, לכאורה פארוואס איז נישטא קיין בל תוסיף, זאגט תוס' ווייל ס'איז א תקנת חכמים,
האט דער רבי געזאגט אז בשעת מתן תורה האבן די אידן כביכול חתונה געהאט מיט השי"ת, איז דאך דא חיובי בעל לאשה,
ווען די שטן הערט די ערשטע תקיעות איז בהיל ולא בהיל ווייל דאס איז נאר די מצוה, אבער ביי די צווייטע תקיעות וואס איז א תקנת חכמים איז וודאי בהיל, ווייל די חיובי בעל לאשה זענען אויך מדרבנן און ה' צלך דער אויבערשטער פירט זיך מיט א מענטש אזויווי דער מענטש פירט זיך, אז די מענטש איז מקיים תקנת חכמים איז השי"ת אויך מקיים די תקנת חכמים,
דערנאך האט דער רבי אויסגערעכנט בפרטיות די חיובים פון בעל לאשה, און געזאגט אז אלעס דארף זיין לויט די מעגליכקייט פונעם מאן, השי"ת איז א כל יכול דארף ער געבן אלעס בהרחבה גדולה, און בפרט אז א מאן איז מחיוב אויסצולייזן א פרוי פון געפענגעניש במילא איז הקב"ה מחיוב אויסצולייזן פון גלות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס. און מכבד געווען מיט די הרחמנס לברית מילה בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א - רב דביהמ"ד בית ברוך.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שמואל דוד גאנדעל הי"ו.
דער רבי האט געמאכט הבדלה, און נאך הבדלה געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר", מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
"ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון".
~🌴~