זונטאג וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וילך=
~ערב ראש השנה~
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התעורורות.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, און הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:40 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל צאהלער הי"ו.
ב"ר יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים לאנדא הי"ו.
ב"ר חיים ניישטאדט הי"ו.
דער רבי האט געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעה, און דערנאך געזאגט די נוסח פון עשית פרוזבול.
א גוט יום טוב.
~🌴~