שבת קודש פרשת נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נצבים=
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:55.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ביי די פיש האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די אויסלענדישע געסט.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
מנוחה ושמחה: הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ז אלול.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יואל אשכנזי שליט"א, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:10.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שרגא גאנדעל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה לייב גרובער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
חמישי: ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' שמעון האלפערט הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' קלמן אליעזר ווערצבערגער הי"ו.
מפטיר הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
הגבה: הרב יואל בהרד"ד מייזליש שליט"א - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' יוסף שלום גליק הי"ו - בני ברק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
פאר שלו"ס זענען אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש די קינדער פון די קאפעליע ווי זיי האבן פארגעזינגן די נייע ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן פאר די ימים נוראים הבעל"ט.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.
כהן: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלוקיכם' און רש"י זאגט 'כיון ששמעו ישראל צ"ח תוכחות הוריקו פניהם ואמרו מי יוכל לעמוד בכל אלו התחיל משה לפייסן ואמר אתם נצבים היום' לכאורה וואס איז די שייכות? האט דער רבי נאכגעזאגט אז ביי יעדע עבירה ווערט באשאפן א מלאך רע און די מלאך האלט צוריק די מענטש פון האבן א הורהור תשובה און דאס ברענגט אז די מענטש זאל פאלן מער און מער, האט דער רבי נאכגעזאגט אז די עצה פארדעם איז שבת קודש וואס שבת קען מען פארשניידן די שלעכטע מלאכים, און דער רבי האט געטייטשט 'כיון ששמעו ישראל צ"ח תוכחות הוריקו פניהם ואמרו מי יוכל לעמוד בכל אלו' אז אויב ווערט באשאפן א שלעכטע מלאך ביי יעדע עבירה און לאזט נישט תשובה טוהן וואס איז די האפענונג צו ווערן אויסגעלייזט? עס שטייט דאך אז אין ישראל נגאלין אלא בתשובה און וויאזוי קען מען תשובה טוהן?, 'התחיל משה לפייסן ואמר אתם נצבים היום כולכם' היום מיינט מען שבת אזוי ווי די חתם סופר זאגט אז שבת ווערט אנגעריפן היום און אין זכות פון שבת איז מען זוכה צו 'שביתין ושביקין מסאבין דרחיקין' און מען פארשניידט אלע קליפות,
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעורורות און געזאגט אז מען שטייט שוין אין די לעצטע מינוטן פון די לעצטע שבת פונעם יאר און יעצט איז די צייט צו מאכן א אמת'ן חשבון הנפש ווי מען האלט אויף די וועלט, און וואס מען האט אויפגעטון די גאנצע חודש אלול, און וויאזוי מען גייט אריין אין ראש השנה, און נאכגעזאגט פונעם אור החיים הק' אז איין רגע אין שבת קען מען אסאך אויפטוהן, דארף מען טאקע זען עס אויסצוניצן ריכטיג,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז אין זכות פון טוהן תשובה וועט מען זוכה זיין צו 'תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה' און א כתיבה וחתימה טובה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א - בני ברק.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:50.
~🌴~