מיטוואך כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט.
דער רבי האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק,
ביים אנקומען קיין בארא פארק איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנש"ק הרה"ח ר' מנשה הלוי הורוויץ הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דעם פרייטאג נאכמיטאג צו ביהמ"ד ריגליץ אין בארא פארק,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' מנשה הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' זלמן לייב ראזענפעלד ע"ה.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מסיבה פאר קופת רבינו - "קופת אבני חסד" דער בארימטער קופת אנ"ש ארויס צו העלפן אנ"ש בעת שמחתם, די מסיבה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, ווי די חשוב'ע נדבנים האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה בחדרו הפרטי איבער געבן זייער נדבה לטובת הקופה, אזוי אויך איז געווען א געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, צווישן זיי האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאנים רבני דייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
זמני כניסה איז געווען פון 6:50 ביז 1:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
צווישן אנדערע איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסעדערהעלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד בריזדאוויץ שליט"א אינאיינעם מיט בנו הרה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א, הרה"ג ר' יוסף מאיער שליט"א - ר"י מאור התורה.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל יונה שלעזינגער הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעווינטשן פאר די בני המשפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~