דינסטאג כי תבוא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תבוא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבת עסק התורה - סניף מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד ישעי' ווייסמאן הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים וסיום הזמן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט רבינו שליט א געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, פאר די רמ"י הישיבה, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי חיזוק לרגל סיום הזמן.
נאכן לחיים האט דער רבי פארטיילט במתנה פאר אלע תלמידי הישיבה א סעט 'קדושת יואל'.
ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון "אין שליח לדבר עבירה" אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, דער רבי האט געענדיגט ארום 2:35.
נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג אריין קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און תפילת מעריב ארום 11:05 בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב ווייטער אויפגענומען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~