מאנטאג כי תבוא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תבוא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פרידלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו.
ב"ר אברהם יואל לעפלער הי"ו.
ב"ר יצחק גאלד הי"ו.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א בן הגה"צ יקותיאל יהודה שליט"א - דומ"ץ מכון להוראה, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
סנדק מעומד: די זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א,
ברכות: די זיידע הרה"צ ר' ישראל'טשע דאכנער שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכלי הפאליש,
ביים סעודה האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב חיים שלמה שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והיה כי תבוא אל הארץ אשר ה' אלוקיך נותן לך נחלה און געזאגט אז עס שטייט אין חתם סופר אז מצוות מילה איז אזוי ווי קטורת און ס'איז מעשיר פאר אלע נאספים אזוי ביי קטורת,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן אבי הבן די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רבי יקותיאל יהודה שליט"א, און די הרחמנ'ס די בני משפחה.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון "אין שליח לדבר עבירה" אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
נאך סוגיא זענען אריין א קבוצה בחורים פון סניף ברך משה אפנעמען ברכת קודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער אפנעמען ברכת קודש.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה וואלף דאנציגער הי"ו,
דער רבי האט אריין געשריבן עטליכע אותיות, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בני המשפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 6:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש בהתלהבות אש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי חיים יהודה באב"ד שליט''א – ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 1:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~🌴~