זונטאג כי תבוא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תבוא=
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלי' אלטר האראנטשיק הי"ו.
ב''ר שמעון אלעזר מארמארשטיין הי''ו.
ב"ר צבי מאיר גאטליב הי"ו.
ב"ר אליעזר יצחק פעלדמאן הי"ו - תאומים.
ב"ר וואלף ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ''ל.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין ביהמ''ד ברוב עם.
זמני כניסה איז געווען פון 3:00 ביז 6:30 מיטאג בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 בביתו נאוה קודש.
ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו בית המדרש דקהלתנו הק' 'בנין בראך' צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א צום שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל חתנו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פאר די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די ציון אין וואלאווע און איבער ימי חייו פונעם וואלאווע רב זצ"ל, וועמענס יארצייט איז געפאלן זונטאג.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעווינטשן די יולדות.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבית המדרש דקהלתינו הק' 'בנין בראך' צום סעודה לגומרה של תורה,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד ור''מ שליט''א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "יקימך ה' לו לעם קדוש", דער חתם סופר זאגט אז די שמחה פון הכנסת ספר תורה איז סיי על העבר און סיי על שם העתיד אז מ'גייט ליינען אין דעם, 'לו לעם קדוש' איז בגימטריא שופר, אז דורך שופר קומט מען אן צו ווערן א עם קדוש,
דערנאך האט די רבי ארומגערעדט בשבח פונעם נדבן ר' אברהם הי"ו וואס האט אהערגעשטעלט די הערליכע מקום לתורה לתפילה ולטהרה "הערליך בגשמיות און די עיקר הערליך ברוחניות" א מקום פול מיט לומדי תורה עבודה צדקה וגמילות חסדים, און סאיז אויך ע''ש העתיד וואס די נדבן טוט אלס אויף בכל קצבי תבל,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די כשרות סקאנדאל אין לעיקוואד, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער דעם אז מ'פארלאזט זיך צו געבן השגחה אויף רעסטוראנטן מיט גוי'אישע אייגנטומער, און נאכמער איבער דעם אז אידן מיט בארד און פיאות מיט שטריימעל בעקישע פארלאזן זיך אויף די הכשרים,
דער רבי האט מעורר געוועהן לתשובה ולתיקון המעשים בפרט יעצט בימי חודש אלול,
'תעיר ותריע להכרית כל מריע'
דער רבי האט דערמאנט די יעצטיגע גזירות החינוך וואס לויערט אויף יהדות ניו יארק, און דער רבי האט געזאגט "תעיר ותריע להכרית כל מריע" מיט שופר וועט מען אפשטעלן די גזירות, אונז האמיר אן הבטחה "יקימך ה' לו לעם קדוש" ס'וועט פארבלייבן אן עם קדוש
מיט'ן אויבערשטער'ס הילף לא ירעו ולא ישחיתו, עס וועט זיי נישט געלונגען צו טוישן נישט חינוך הבנים און נישט חינוך הבנות, דער טאטע ז"ל פלעגט זאגן דעם פסוק "בבנינו ובבנותינו נלך" אונז גיימיר גיין מיט חינוך הבנים והבנות אזוי ווי אונז האמיר מקבל געווען, אונז גיי מיר גארנישט משנה זיין
קיינער וועט אונז נישט רירן אונז גיי מיר מחנך זיין אינעם עתיד אזוי ווי אונז האמיר מחנך געווען אינעם עבר, דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק בברכת כתיבה וחתימה טובה.
ארום 10:50 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין לינדען ניו דזשערזי צום מעמד "פתיחת המוסדות וקביעת מזוזה" פאר מוסדותינו הק' אין לינדען,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געוועהן די מזוזה אויף די הויפט אריינגאנג פונעם בנין, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א און די ראשי הנהלת המוסדות והנגידים החשובים און פארן גאנצע ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'יקומך ה' לו לעם קדוש' און געזאגט אז יקומך ה' לו לעם קדוש איז א ברכה און א הבטחה, אז מטוט די ריכטיגע פעלות איז מען א עם קדוש, און דאס איז וואס מ'איז זיך דא צאמגעקומען צו טוהן די ריכטיגע פעולות אויפצושטעלן א תלמוד תורה לבנים און א בית רחל לבנות, און דער רבי האט געזאגט אז לינדען איז א נייע אידישע שטאט, והיה ראשיתך מצער אבער ס'ערווארט נאך פאר לינדען א גרויסע אידישע חסידישע שטאט, מ'זאל קוקן אויף מאנסי דארט איז דא פארשידנארטיג דא האבן זיך געצויגן נאר חסידישע אידן דא גייט זין א חסידישע שטאט! יקומך ה' לו לעם קדוש הכל בתר רישא גריר די ערשטע תושבים שטעלן אראפ א יסוד אז מ'זאל זיין א עם קדוש דא גייען זיין קהילות ומוסדות א כרכא דכוליה ביה משטעלט אויף מוסדות מ'גייט האבן ערליכע מלמדים און ערליכע מכנכות אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט אראפגעשטעלט די יסודות סיי אויף חינוך הבנים און סיי אויף חינוך הבנות און מיט דעם יסוד גייען מיר ווייטער גיין, און דער רבי האט צוגעענדיגט אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז 'חפץ ה' בידינו יצליח' אזוי אלע אנדערע שטעט וועט די בנין בקרוב ווערן ענג 'זה הגדול קטן יהיה' דאס וועט נאך זיין קליין און מ'וועט דארפן זוכן א נייע גרעסערע בנין, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וואס געבן זיך אוועק דא בלב שלם און פאר אלע פון אינדרויסן וואס העלפן ארויס, און אנגעווינטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן הצלחה ברכה און א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטשט יאר פאר אלע תושבים תומכים והמסייעים יעדער זאל געבענטשט ווערן הם ונשיהם בניהם ובנותיהם וכל אשר להם א יאר פון גרויס שפע און פרנסה מ'זאל קענען מחנך זיין אלע קינדער לתורה וליראת שמים ולמדות טובות ביז דער אייבערשטער וועט העלפן מ'וועט קעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט ארום דעם גאנצן בנין, און אלע אירע איינריכטונגען.
רבינו שליט"א האט מכבד געוועהן דער רב שליט"א צו קובע זיין א מזוזה,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדער בנין פאר די אינגערע קלאסן פון די מיידל שולע, און זיך אומגעקוקט אויף די קלאסן.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
~🌴~