יום ג' במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יום ג' במדבר=
היינט האט דער רבי געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הר"ר קלמן האלבערשטאם שליט"א מנהל הישיבה
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ג' פסוק ב'
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויסעו מרפידים" ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ויסעו מרפידים איז געווען ערב ראש חודש סיון און דעמאלטס האבן די יודן תשובה געטוהן אויף לימוד התורה
דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זיך אנהייבן גרייטן מיט לימוד התורה לכבוד יו"ט שבועות הבעל"ט שוין פון ער"ח
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע יחוס אז ער איז א אייניקל פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע בן אחר בן. דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פארן מנהל הישיבה ברכות לרוב
א גוטן טאג