עש"ק בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=עש"ק בה"ב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' אלכסנדר יושע לאנדא
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' משה יודא הירש
ר' אהרן הערש אינדיג
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לע"נ דודו "דער סיגוט'ער רב" הגה"צ ר' יקותיאל יהודה בן הרה"ק ר' חיים צבי זצ"ל הי"ד
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א בביתו נאה קודש אויף איהעל די הונדערטער בחורים תלמידי ישיבת גור בניו יארק וועלכע זענען געווען אויפן וועג צו א שבת התוועדות אין נייעק
עס איז אנוועזנד געווען די ראשי ישיבת אין שפיץ פון הגה"צ ר' שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מ'גור און הגה"צ ר' שמעון רוטשטיין חתן האדמו"ר מ'גור
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה און דברי חיזוק פאר די בחורים
א גוטע וואך